אויך אין טשיקאגא שפירט מען שוין די ווינטער
Wednesday, October 14, 2009 - כ"ו תשרי תש"ע
אויך אין טשיקאגא וואו מען דארף געווענליך אין די צייט פון יאר נישט מער ווי א לייכטע דזשאקעט, שפירט מען שוין די ווינטער.
אין די לעצטע 17 טעג האט טשיקאגא געהאט נידריגער-ווי-געווענליך טעמפעראטורן, ווען די העכסטע גראד האט דעגרייכט נישט מער פון 47 דעגרי. דאס מיינט אז די אקטאובער איז געווען די קעלטסטע אין 82 יאר!
פאראיאר צום ביישפיל, זענען געווען 10 טעג אין אקטאובער וואו די וועטער האט דערגרייכט אין די הויכע 60′גער, און דריי טעג איבער 70 די גראד.
און די קעלט וועט אנהאלטן אויך ענדע וואך, לויט מעטעאראליגיסטן.
עסטרייכישע בערגיגע געגענטער זענען שוין באדעקט מיט 45 צענטימעטער שניי
Wednesday, October 14, 2009 - כ"ו תשרי תש"ע
די ‘אוסטריען טיימס’ באריכטעט, אז טייל עסטרייכישע בערגיגע געגענטער זענען שוין באדעקט מיט 45 צענטימעטער שניי, צוליב ארקטישע וועטער וואס שניידט דורך די לאנד.
די צענטראלע אגענטור פון מעטעאראלאגיע (ZAMG) האט רעקארדירט די שנייען אויף די שנייבערג אין אונטער-עסטרייך, און זאגט אז די שנייען זענען באגלייט געווארן פון שטארקע - 150 קילאמעטער פער שעה - ווינטן. די אגענטור זאגט אז אזעלכע ווינטן פאסירן בלויז איין מאל אין 25 יאר, און האט געווארנט אז די שטאט וויען און אנדערע געגענטער אין אונטער-עסטרייך וועלן זעהן 80 קפ”ש ווינטן דעם דאנערשטאג.
די שניי אויף די בערג איז בלויז א הקדמה פאר געוויסע פראווינציאנאלע הויפט שטעט, ווי אינסברוק, זאלצבערג, און סט. פאלטן, וועלכע וועלן די וואך זעהן די פריעסטע שניי-פאלן אין די היסטאריע!
קיינמאל פריער זענען נאך די שטעט נישט באדעקט געווארן פון א שניי איידער אקטאובער 20, און עס האט שוין אנגעהויבן שנייען אין ווארארלבערג און נאך געגענטער אין לאנד.
וויצע פרעזידענט על-גאור האט אויסגעדרוקט גרויס אפטימיזם איבער די “טוישנדע מאמענטום”
Wednesday, October 14, 2009 - כ"ו תשרי תש"ע
געוועזענער וויצע פרעזידענט על-גאור האט אויסגעדרוקט גרויס אפטימיזם איבער די “טוישנדע מאמענטום” פון די קלימאט טויש דעבאטע אין א קאנפרענץ מיט עטליכע הונדערט ענווייראמענטאלע זשורנאליסטן פאריגע וואך.
ער זאגט אז ער ערווארטעט אז די סענאט זאל אריבערפירן א קארבאן עמישאנס רעדוקציע ביל איידער די יו.ען. קאנפרענץ אין דענמארק דעם דעצעמבער.
גאור זאגט אז איבער’ן גאנצן וועלט זעהט מען שוין איין אז עס איז “פארהאן א קייט וואס פארבינדט צווישן די קלימאט קריזיס, די עקאנאמישע קריזיס, און די נאציאנאלע זיכערהייט קריזיס, וועלכע איז אלעס א טיילווייזע רעזולטאט פון די וועלט’ס אפהענגיקייט אויף קארבאן-באזירטע אויל.”
אבער נישט אלע רעפארטערס זענען איינשטימיג מיט גאור’ס מיינונגען. “פיל אנדערע (רעפארטערס) פיהלן נישט מיט זיין (גאור’ס) אפטימיזם,” זאגט טים ווילער, אן ענווייראמענטאלע רעפארטער פאר די באלטימאר סאן.
גאור איז קריטיקירט געווארן פאר’ן נישט וועלן דעבאטירן אין פאבליק זיינע מיינונגען איבער גלאבעל ווארמינג זינט די ערשיינונג פון זיין פילם “אן אומבאקוועמע ווארהייט.”
אבער אין אן אויסנאמע ערשיינונג, האט גאור דאס מאל יא אנגענומען געציילטע פראגעס פון זשורנאליסטן, אריינגערעכנט איין פראגע פון פעלים מ’קאליר, אן איירישע פילם פראדוצירער וועלכע האט געבעטן גאור צו אדרעסירן 9 טעותים אין זיין פילם וועלכע זענען אידענטיפיצירט געווארן אין אן אורטייל פון אן ענגלישע געריכט אין 2007.
וועלכע ענגלישע געריכט אורטייל?
א געריכטליכע קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך א טראק דרייווער וועלכער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל זיין אויסגעשטעלט צו די פילם וועלכע מען האט געוויזן אין די ענגלישע שולעס. ער האט געטענה’ט אז די פילם “איז בערך האלב וויסענשטאפליכע מאטעריאל, 30 פראצענט ריין פאליטיק, און 20 פראצענט פארפירעריש.”
צו גאור’ס ‘אומבאקוועמליכקייט’ האט די געריכט געאורטיילט אין אקטאובער 2007, נאכ’ן הערן פון רעגירונג עקספערטן און א צאל וויסענשאפטלער, אז דער טראק דרייווער איז גערעכט: עס זענען טאקע פארהאן 11 אפענע ‘אומ-ווארהייטן’ אין די פילם.
אצינד ביים קאנפרענץ האט גאור געענטפערט פאר מ’קאליר אז די געריכט האט געשטיצט דאס צייגן פון זיין פילם אין ענגלישע שולעס. ווען מ’קאליר האט פרובירט ווייטער צו דעבאטירן, איז זיין מייקראפאן אפגעהאקט געווארן…
פאקטיש איז גאור טיילווייז גערעכט. די ענגלישע געריכט האט געאורטיילט אז מען מעג יא צייגן זיין פילם אין שולעס, “אבער”, די רעגירונג מוז צום ערשט טוישן זייערע אנווייזונגען פאר די לערערס אז זיי זאלן מוזן קלאר מאכן פאר די שולע קינדער אז:
-
די פילם איז א פאליטישע ארבעט און צייגט בלויז איין צד פון די קלימאט טויש ארגומענט.
-
אויב די טיטשערס צייגן די פילם אן דאס צו ערקלערן זענען זיי אין פארלעצונג פון די געזעץ און שולדיג אין פאליטישע פראפאגאנדע (א פארברעכן אין ענגלישע שולעס! שטעלט אייך פאר אזא געזעץ אין אמעריקע…).
-
די 11 טעותים מוזן ספעציפיש ארויסגעצייגט ווערן פאר די שולע קינדער.
נאך א מזל מען האט יענעם אפגעהאקט דעם מייקראפאן…
פאטער פון גע’קידנעפטער זעלנער גלעד שליט, האט זיך געטראפן מיט פראנצויזישן פרעזידענט ניקאלאס סארקאזי אין פאריז
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
נועם שליט, פאטער פון גע’קידנעפטער זעלנער גלעד שליט, האט זיך געטראפן מיט פראנצויזישן פרעזידענט ניקאלאס סארקאזי אין פאריז. ער זאגט אז סארקאזי האט אים פערזענליך געזאגט אז “די אישו איז אים נאענט צום הארצן, און ער ארבעט אויף אלע פראנטן,” אהיימצוברענגען גלעד וועלכער איז אויך א פראנצויזישער בירגער.
“ער האט צוגעזאגט אז ער וועט נישט אויפהערן ארבעטן ביז ווילאנג גלעד קומט אהיים,” זאגט שליט.
איידער’ן מיטינג, האט שליט געזאגט אז עס זעהט נישט אויס אז זיין זון וועט באלד באפרייט ווערן אין די נאענטע צוקונפט, טראץ די ווידיאו וואס חאמאס האט ארויסגעגעבן אין אויסטויש פאר’ן באפרייאונג פון 20 פאלעסטינער פרויען ארעסטאנטן, וואס צייגט אז גלעד לעבט אין א גוטע געזונט צושטאנד.
“עס איז געווען גאר רירענד אים צו זעהן נאך אזא לאנגע צייט וואס מיר האבן נישט געזען קיין בילד פון אים. פון די אנדערע זייט זענען מיר אבער באזארגט. מיר זעהן נישט די לעכטיגקייט ביים ענדע טונעל”… האט שליט געזאגט איידער’ן מיטינג מיט סארקאזי.
אין די היי-יעריגע מדינת ישראל כנסת וועט די קאפעטעריע מער נישט פארקויפן קיין עסן פאר די חברי הכנסת אויף באָרג
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
אין די היי-יעריגע מדינת ישראל כנסת וועט די קאפעטעריע מער נישט פארקויפן קיין עסן פאר די חברי הכנסת אויף באָרג, “כדי צו פארמיידן אומ-אנגענעמליכקייטן”… אזוי האט געשריבן דער הויפט מענעדזשער (מנכ”ל) פון די כנסת אין א בריוו צו די פארליאמענט מיטגלידער.
ווי אויך וועט מען צושטעלן א ספעציעלע צימער אויסגערישט מיט באקוועמליכקייטן וועלכע וועט דינען אלס “קלאב פאר געוועזענע חברי הכנסת”, אן אויפטוה וועלכע איז ווארעם באגריסט געווארן דורך א געוועזענער כנסת מיטגלידער וועלכער האט זיך אויסגעדרוקט אז “ביז היינט האבן די געוועזענע ח”כ זיך ארומגעדרייט ווי די פלאטערלעך (באטערפליי’ס) און האבן נישט געהאט ווי זיך אוועקצוזעצן.” מיר האבן געהאט א געפיהל אז “דער שווארצער האט אפגעטוהן זיין ארבעט און אצינד דארף מען אים מער נישט.”
נעבעך…
מדינת ישראל האט אפיציעל זיך נישט צוטוהן געמאכט פון טערקיי
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
מדינת ישראל האט אפיציעל זיך נישט צוטוהן געמאכט פון טערקיי’ס אפזאגן זיך פון די אינטערנאצינאלע מיליטערישע מאנעווערעס. טערקיי האט דאנערשטאג מודיע געווען אז זיי ווילן נישט אנטייל נעמען אין די מיליטערישע עקסערסייז אינאיינעם מיט מדינת ישראל צוליב די לעצטע עזה קריג. אלס רעזולטאט האבן די פאראייניגטע שטאַטן און איטאליע זיך אויך ארויסגעצויגן פון די מאנעווערעס.
טערקיי זאגט אז זיי זארגן אז טייל פון די פליגערס וואס מדינת ישראל פלאנט צו שיקן זענען מעגליך גענוצט געווארן אין באמבאדירונגען קעגן חאמאס אין די לעצטע ‘אפערעישאן קעסט לעד’ קריג.
איצט הערט מען פון מדינת ישראל פארטיידיקונגס באאמטע אז זיי וועלן איבערקלערן געוויסע געפלאנטע וואפן געשעפטן מיט טערקיי, און מעגליך זיי נישט פארקויפן קיין פארגעשריטענע וואפן פון איזראעילי פראדוקציע.
אנדערע באאמטע סטראשען אז מדינת ישראל וועט מעגליך זיך אפהאלטן פון נוצן זייער איינפלוס אין די אמעריקאנע קאנגרעס צו פארמיידן א רעזאלוציע וואס באשולדיגט טערקיי אין פעלקער-מארד קעגן ארמעניע (בשעת די ערשטע וועלט קריג), טאמער וועלן פאליטישע שטרייטן זיך פארערגערן צווישן מדינת ישראל און טערקיי
א מאן וועלכער ווערט געזוכט דורך אמעריקע שוין 41 יאר איז ארעסטירט געווארן
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
א מאן וועלכער ווערט געזוכט דורך אמעריקע שוין 41 יאר פאר זיין ראלע אין א היידזשעקינג פון א ‘פען-עם’ פליגער פון נ.י. קיין פארטא ריקא, איז ארעסטירט געווארן מאנטאג אוונט אין JFK לופטפעלד אין ניו יארק.
לואיס ארמאנדאו פענא סאלטרען, 66, וועט ערשיינען אין מאנהעטען פעדעראלע געריכט אויף קידנעפינג און עראפלאן פיירעסי קלאגעס צוליב זיין ראלע אין דעם היידזשעקינג נאוו. 24, 1968.
סאלטרען איז אן אמעריקאנער בירגער וועלכער האט געוואוינט אין קובא די לעצטע 41 יאר. ער האט זיך אונטערגעגעבן צו אויטאריטעטן אין לופטפעלד וויסנדיג אז ער וועט ארעסטירט ווערן. אן עף.בי.איי. האט געזאגט פאר די נ.י. טיימס אז סאלטרען האט געוואלט צוריקקומען צו זעהן זיינע פאמיליע מיטגלידער. די קובאנער רעגירונג האט אויטאריזירט זיין ארויספארן.
דער פעדעראלער פראקוראר האט געוואוסט אז סאלטרען וויל צוריקקומען, און האט פאריגע מאנאט געפאדערט צוריק צו אקטיוויזירן דעם קעיס, זאגנדיג אין געריכט דאקומענטן אז “די רעגירונג גלויבט אז דער באשולדיגטער וועט אין קורצן צוריקקומען צו די פאראייניגטע שטאַטן.”
דער פעדעראלער פראקוראר זאגט אז דער היידזשעקער מיט זיינע קאלעגעס האבן טעראריזירט צענדליגע פאסאזשירן פאכענדיג מיט מעסערס און ביקסען ביים היידזשעקן די פליגער.
אין די 1960′גער און פריע 70′גער יארן זענען צענדליגע אמעריקאנע פליגער פארכאפט געווארן קיין קובא ווען די קאלטע קריג מיט דעם קובאנער פירער פידעל קאסטראו האט זיך פארשטערקערט. געוויסע לינקע ראדיקאלן, פארטא-ריקאנע סעפעראטיסט גרופעס, און שווארצע נאציאנאליסטן, האבן געהיידזשעקט פליגער כדי צו מאכן א פאליטישע סטעיטמענט, צו אנטלויפן פון די אמעריקאנע רעגירונג וועלכע האט זיי געזוכט צו ארעסטירן, אדער צו פארלאנגען אויסלייז געלט פון די אמעריקאנע רעגירונג.
מער פון 30 עראפלאנען היידזשעקינג פרואוון, טייל פון זיי ערפאלגרייך, זענען פארגעקומען בלויז אין יענע יאר - 1968. אין דעם זעלבן טאג, נאוומעבער 24, זענען נאך 2 עראפלאנען געהיידזשעקט געווארן אין אמעריקע.
סאלטרען’ס מאטיוון פאר די קידנעפינג זענען אומבאקאנט. צוויי פון זיינע מיטארבעטער זענען ארעסטירט געווארן אין די 70′גער יארן.
אין קובא געפינען זיך נאך צענדליגע אמעריקאנער וועלכע באהאלטן זיך פון די אמעריקאנער רעגירונג.
אויף די “טאפ 10″ ליסטע פון די עף.בי.איי., א ליסטע וועלכע אנטהאלט אויך בין לאדין, געפינט זיך וויקטאר מאנועל גערענא. גערענא איז אנטלאפן קיין קובא נאכדעם וואס ער האט גע’גנבט $7 מיליאן פון א וועלס פארגא געפאנצערטע אויטא דיפאו אין קאנעטיקוט צו פינאנצירן א פארטא ריקא סעפעראטיסט גרופע.
מען גלויבט אז ער וואוינט נאך אין קובא, און די FBI האט פארגעשלאגן א באלוינונג פון $1 מיליאן פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו זיין ארעסט
אינשורענס פירמעס האבן פאַרעפענטליכט א באריכט-שטודיע ערב די סענאט אפשטימונג אויף העלט קעיר
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
אינשורענס פירמעס האבן פאַרעפענטליכט א באריכט-שטודיע ערב די סענאט אפשטימונג אויף העלט קעיר, וועלכע ווארנט אז די געפלאנטע ביל וועט דראסטיש העכערן די פרימיום צאלונגען פון דורכשניטליכע בירגער.
די הויפט טענה פון די אינשורענס פירמעס איז קעגן די באשלוס פון געזעץ-געבער זיי צו צווינגען אנצונעמען אויך קראנקע לייט און זיי געבן דעקונג. לויט די געזעץ וועלן מענטשן זיך נאר אנשליסן אין אן אינשורענס פלאן ווען זיי ווערן קראנק. דאס וועט אויטאמאטיש ארויפטרייבן די פרימיום’ס פאר יעדן איינעם.
די שטודיע זעהט פאר אז אלס רעזולטאט פון די העלט-קעיר ביל וועט אינשורענס קאסטן מיט $1,700 מער פאר א געווענליכע פאמיליע ביז’ן יאר 2013, ווען מערסטע טיילן פון די באוקוס ביל וועלן זיין אין עפעקט. ביז צען יאר, זאגט די באריכט, וועלן פרימיום’ס קאסטן ביז $4000 מער פאר א פאמיליע פלאן, און $1,500 פאר אינדעווידואלע דעקונג.
די באריכט האט אויפגעברויזט דעמאקראטן. די ווייסע הויז ווארטזאגער זאגט אז עס איז “פארדרייט און פעלערהאפטיג”, און א ווארטזאגער פאר די סענאט פינאנץ קאמיטע טשערמאן מעקס באוקעס וועלכער ארבעט שווער אויף די ביל זאגט אז עס איז “פראסט א שחיטה אקט” קעגן זיין ביל.
דעמאקראטן זענען באזארגט פון א קאמף מיט די אינשורענס פירמעס וועלכע זענען דערווייל געווען שטיל אין די העלט קעיר דעבאטע, אבער האבן שוין באוויזן אין די פארגאנגענהייט צו באגראבן פרעזידענט קלינטאן’ס העלט קעיר רעפארם פלענער.
אידישע איינוואוינער אין ווינדסאר טערעס זענען אויפגעברויזט
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
ברוקלין – אידישע איינוואוינער אין ווינדסאר טערעס זענען אויפגעברויזט נאך אנטיסעמיטישע אטאקעס וואו וואנדאלן האבן באווארפן א אידיש הויז מיט אייער און שטיינער אויסשרייענדיג דערביי אנטיסעמיטישע לאזונגען.
עס איז שוין די צווייטע אזא פארברעכן אין די געגענט אין די לעצטע וואכן.
סעפ. 22 האט א סעקיוריטי קעמערע ביי א דערנעבנדיגע אידישע שולע אויפגעכאפט א פארברעכער אנפירקלענדיג א מיאוס’ע אויפשריפט קעגן אידן. פאריגע מאנאט זענען עטליכע גאס אין בעי רידזש, באורום היל, און קלינטאן היל באדעקט געווארן מיט האנטגעשריבענע קארטלעך מיט א רוף צו מארדן אידן. רח”ל.
“איך בין באזארגט פון די שטייגענדע אנטיסעמטיזם אין די געגענט”, זאגט הרב משה העכט, דער מנהל פון די אידישע שולע
לעיקוואוד – א 20 יעריגער פארברעכער איז פאראורטיילט געווארן צו 30 יאר טורמע פאר’ן צוויי געפערליכע אטאקע-רויבערייען אויף ארטאדאקסישע אידן.
Tuesday, October 13, 2009 - כ"ה תשרי תש"ע
לעיקוואוד – א 20 יעריגער פארברעכער איז פאראורטיילט געווארן צו 30 יאר טורמע פאר’ן צוויי געפערליכע אטאקע-רויבערייען אויף ארטאדאקסישע אידן.
דער ריכטער האט פאראורטיילט דעוואן הארדי פון מ’קארטור סטריט אויף 2 עקסטערע 15 יעריגע טורמע-טערמינען וועלכע לויפן נאכאנאנד.
דער פארברעכער האט זיך דערקלערט שולדיג אין ביידע בארבארישע אטאקעס. ביידע מאל, אין מאי 25 און יולי 8 פאראיאר, האט הארדי מודה געווען אז ער, צוזאמען מיט זיין קאלעגע פארברעכער, האבן אטאקירט די מענטשן ווייל זיי זענען ארטאדאקסישע אידן.